כינעזער נייעס קוועלער האבן געמאלדן אז די ״פאליטיביורא״ אין כינע האט באשלאסן צו צוזאמענרופן די פירערשאפט פון די קאמוניסטישע פארטיי קומענדיגן מאנאט צו דיסקוטירן דאס אריינלייגן טוישן אין די כינעזער קאנסטיטוציע, דאס ערשטע מאל וואס אזא זיצונג ווערט פאררופן אין די לעצטע 13 יאר. די קאנסטיטוציע איז אדאפטירט געווארן אין 1982 און עס זענען צוגעלייגט געווארן דערצו צוגאבן בלויז 4 מאל זינט דאן. טראץ וואס די באריכטן זאגן נישט קלאר פון וואספארא סארט טוישן עס האנדלט זיך טוען אבער די ארטיגע אנאליטסן שפעקולירן אז די ציל דערפון איז צו געבן פאר פרעזידענט טשי א מעגליכקייט צו בלייבן אין אמט אויך נאך 2022 ווען זיינע צוויי טערמינען פון פינף יאר לויפן אפ. אונטער די יעצטיגע קאנסטיטוציע איז פארהאן א ״טוירם-לימיט״ פון צוויי 5 יאריגע טערמינען, אבער ווי עס שיינט ווי ער בלייבן אין אמט. פרעזידענט טשי איז גאר מאכטפול און פאפולער אין כינע, און ער פארמאגט נישט קיין קעגנערשאפט אינערהאלב די פארטיי.

 בילד: כינע וועט טוישן איר קאנסטיטוציע צו געבן מער מאכט פאר פרעזידענט טשי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל