די דעמאקראטישע מינאריטעט פירערין אין קאנגרעס נענסי פעלאוסי האט ארויסגעלייגט א עפנטליכע פארלאנג צום דעמאקראטישן קאנגרעסמאן דשאן קאניערס (John Conyers) פון מישיגן צו אפטרעטן פון זיין אמט, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען באריכטן און באקלאגענישן פון זיינע געוועזענע געהילפנס איבער געמיינע אויפפירונג. דער קאנגרעסמאן האט זיך שוין פאריגע וואך אפגעזאגט פון וויכטיגע קאמיטעען אין קאנגרעס, אבער די פירערשאפט האט אצינד געזאגט אז זיי רופן פאר זיין פולשטענדיגע רעזיגנאציע. דער 88 יעריגער קאניערס איז דער לענגסט-דינענדער קאנגרעסמאן און איז שוין אין קאנגרעס פאר איבער 50 יאר און איז שטארק רעספעקטירט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה