רוסלאנד – 4 זענען אומגעקומען און 11 זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א באס אין מאסקווע, רוסלאנד איז אראפגעפארן פונעם שאסיי, און אראפגעטראסקעט אויף סאבוועי שטיגן. דער אינצידענט האט פאסירט נעבן דער סלאוויאנסקי בולעווארד מעטרא סטאנציע, און טראץ וואס ס'זענען באלד אפירגעקומען זארגן און פחדים אז ס'איז א טעראר אטאקע, האט די פאליציי געזאגט אז ס'זענען נישטא קיין שום באווייזן דערצו, ווייל דער דרייווער קאאפערירט מיט די אויספארשער און ער דערציילט פונקטליך וואס ס'האט פאסירט. ווי דער דרייווער דערציילט, האט דער באס זיך גענומען פארן פון זיך אליינס, און ווען ער האט פרובירט צו דרוקן די ברעיקס, האט עס נישט געארבעט, און דער באס איז ארויס פון קאנטראל, פארנדיג אויפ'ן טראטואר, וואו ס'איז געווען שטארק אייזיג און גליטשיג, בעפאר'ן זיך אראפקוילערן די סאבוועי שטיגן.

זעה ווידיאס

בילד: פאטאלע באס אינצידענט אין מאסקווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל