אין קאירא זענען היינט פארגעקומען צוויי שיסעריי אטאקעס געצילט קעגן די קריסטליכע קאפטישע מינאריטעט, וועלכע זענען די עלטסטע געמיינדע אין עגיפטן און שטייען אויס גאר אסאך פארפאלגונגען. היינט אינדערפרי האבן עטליכע טעראריסטן געעפנט פייער אויף א קירכע און אומגעברענגט 10 מענטשן ביז די פאליציי האט באוויזן זיי צו אפשטעלן. שפעטער האט נאך א שיסער געעפנט פייער אויף א קאפטישע געשעפט און אומגעברענגט נאך צוויי, אלעס אינאיינעם זענען שוין דאס יאר איבער 100 קאפטישע קריסטן אומגעברענגט געווארן אין עגיפטן, מיינסטנס אין אטאקעס אויף וועלכע אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט. די שיסעריי אין די קירכע האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס פאליציי האבן אידענטפיצירט די גרופע פון 3 פארדעכטיגטע און זענען זיי געקומען אפירנעמען, און דאן האבן זיי געעפנט פייער פון וועלכע אויך 3 פאליציי לייט זענען אומגעקומען, אויטאריטעטן זאגן אז ווען נישט די פאליצייאישע העלדישקייט וואלט דאס געקענט זיין א מאסיווע בלוט באד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל