ניו יארק. - דער ניו יארקער אטוירני דזשענעראל, עריק שניידערמאן, זארגט זיך נישט נאר פאר ניו יארק, נאר אויך פאר'ן גאנצן לאנד, און האט די וואך אפגעצייכענט די 100'טע קלאגע וואס ער האט אריינגעגעבן קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע. שניידערמאן פאלגט דערמיט נאך דעם גאנג פון אנדערע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע סטעיט אטוירני דזשענעראלס, וועלכע האבן גענוצט זייער אמט אלס א נאציאנאלע פלאטפארמע. פילייכט טראכט שניידערמאן פון עפעס א גוטן סטעיט אמט, דעם גאווערנאר אמט, אדער אפשר אפילו צו לויפן פאר פרעזידענט. שניידערמאן האט באקעמפט טראמפ'ס ערשטע, צווייטע און דריטע רייזע פארבאטן, און צענדליגער אנדערע זאכן, אריינגערעכנט דאס שוואכער-מאכן די פאלושען געזעצן. שניידערמאן איז שוין אינעם 7'טן יאר פון זיין אמט. ער האט זיך שוין געראנגלט מיט טראמפ ווען טראמפ איז נאך געווען א פשוט'ער ביזנעסמאן, ביי די קלאגעס איבער דעם שווינדלערישן טראמפ אוניווערסיטעט, אין וועלכע טראמפ פלעגט אים אפט באזאלצן עפנטליך מיט זיינע מעסעדזשעס. א מערקווירדיגער פונקט איז, אז אויב די פעדעראלע אינסטאנצן מאכן אפ נישט צו קלאגן פרעזידענט טראמפ איבער די רוסישע סקאנדאלן, קען שניידערמאן עס מעגליך טאן, ווייל די פארלעצונגען זענען אויך סטעיט פארלעצונגען אויף וואס שניידערמאן האט מאכט.

בילד: שניידערמאן האט שוין באקעמפט פרעזידענט טראמפ 100 מאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל