די קאמפיין פון רוי מאָר שלאגט זיך מיט ציין און נעגל צו ראטעווען זייער קאנדידאטור נאכדעם וואס די ״וואשינגטאן פאוסט״ האט אויפגעדעקט אז דער קאנדידאט האט א אומווערדיגע היסטאריע פון געמיינע אקטן, און ווי עס שיינט איז איינע פון די סטראטעגיעס צו שפילן אויף די אנטי-סעמיטישע געפילן פון די איינוואוינער אין די דרום שטאַטן. נעכטן האבן די איינוואוינער אין אלאבאמע באקומען א ראָבאָ קאל פון אן אנגעבליכן רעפארטער אין וואשינגטאן פאוסט מיט׳ן נאמען ״בערני בערנשטיין״ וועלכער האט געפרעגט אויב זיי קענען העלפן מיט טרעפן ״שׁמוץ״ אויף רוי מאָר. אין א פרואוו צו מאכן די אלאבאמא וויילער גלייבן אז די אטאקעס קעגן רוי מאָר קומט פון די ״אידישע עסטעבלישמענט״ אין וואשינגטאן און אין די מידיע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה