די ריזיגע פירמע בראדקאם האט איינגערייכט א פארשלאג צו אפקויפן די גיגאנטישע טשיפ און הארדוועיר פירמע קוואלקאם פאר די סומע פון 130 מיליאן דאלער, די צוויי פירמעס זענען גאר וויכטיגע שפילער אין די קאמפיוטער און קלוגע טעלעפאן אינדוסטרי, בראדקאם איז א פראדוצירער פון די טשיפס וואס ווערן גענוצט אין טעלעפאנען פאר פארבינדונג, און די פראסעסארס ווערן געמאכט דורך קוואלקאם, אויב וועלן זיי זיך פאראייניגן וועט דאס פארמען א מעגא-מאנאפאל אויף די גאנצע מארקעט. דעריבער איז שווער צו גלייבן אז די פארקויף וועט באשטעטיגט ווערן דורך די רעגירונג מאנאפאל איבערזיכט קאמיסיעס.

בילד: גרעסטע אפמאך אין היסטאריע פון היי-טעק אריין אין פראצעדור

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל