סענאט רעפובליקאנער זענען שטארק באזארגט אז זיי קענען פארלירן א סענאט זיץ אינעם טיף רויטן סטעיט אלבאמא, נאכדעם וואס דער סקאנדאל געפלאגטער קאנדידאט רוי מאָר טוט זיך קאטעגאריש אפזאגן פון פארלאזן דעם פארמעסט, און לויט לעצטערע אנקעטעס טוט זיין שטיצע גאר שטארק פאלן, און זיין דעמאקראטישע קעגנער דאג דשאונס געניסט פון א שטארק מאמענטום.
א לעצטע אנקעטע גענומען צווישן 500 וויילער צייגט אז אז 39% פון די וויילער שטיצן נאך אלץ מאָר און 51% שטיצן זיין דעמאקראטישע קעגנער, און נאך 10% וועלכע זענען אומבאשלאסן. אנדערע אנקעטעס צייגן אז עס איז שמאלער און דשאונס איז בלויז מיט עטליכע פונקטן העכער, און אנאליסטן האלטן אז מאָר האט נאך די מעגליכקייט זיך צו צוריקכאפן ביז די וואלן.
רעפובליקאנער אין סענאט זאגן אפן אז זיי ווילן נישט א מאָר זאל געווינען וויבאלד ער וועט שאטן פאר רעפובליקאנער איבער׳ן לאנד צו געווינען אין 2018, מאָר איז באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכענע שפראך און קאנטראווערסיאלע שטעלונגען און ער וועט זיין א לאסט פאר די רעפובליקאנער, פון די אנדערע זייט איז זיין דעמאקראטישער קעגנער דשאונס א מעסיגער דעמאקראט, און די רעפובליקאנער האלטן אז זיי קענען צוריקגעווינען דעם זיץ אין 2020.
דערווייל האט מען נאכנישט געהערט קיין רעאקציע פון פרעזידענט טראמפ איבער די גאנצע סקאנדאל, דער פרעזידענט האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן פראגעס פון רעפארטערס איבער זיין מיינונג, טראץ וואס מיטש מעקאנעל האט אפעלירט צום פרעזידענט זאל צוריקציען זיין אינדארסירונג פון מאָר. דער געוועזענער הויפט סטראטעגיסט פונעם פרעזידענט סטיוו בענאן טוט נאך דערווייל אקטיוו שטיצן מאָר און וועט אראפפארן קיין אלאבאמא קאמפיינען פאר אים.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה