וואשינגטאן – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט אז פאול מענעפארט, פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן, קען גיין פריי פון הויז ארעסט פאר עטליכע טעג, שטייענדיג יעצט אין די טעג פון דער גוי'אישער "טעינקסגיווינג" חאגע. מענעפארט, און זיין ביזנעס שותף געיטס, געפינען זיך אונטער הויז–ארעסט שוין עטליכע וואכן, נאכדעם וואס זיי זענען געווען די ערשטע אנגעקלאגט צו ווערן דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער – אבער נישט אויף קלאגעס וואס זענען בכלל פארבינדן מיט'ן טראמפ קאמפיין. דער ריכטער האט געזאגט אז מענעפארט און געיטס וועלן ערלויבט ווערן צו פארן "לאקאלע טראוועל", אבער זיי וועלן זיין אנגעטאן מיט ספעציעלע "דזשי-פי-עס" מאשינקעס און זענען נישט ערלויבט צו טרינקען קיין שום אלקאהאל. אויך מוזן זיי איינמעלדן פאר די לאקאלע פאליציי יעדעס ארט וואו זיי גייען. נאך די חאגע טעג, וועלן זיי צוריקגעשטעלט ווערן אונטער הויז ארעסט.

בילד: מענעפארט באפרייט פאר חאגע טעג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל