וואשינגטאן – דער פלאן פון פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער דורכצופירן א היסטארישן שטייער רעפארם ביל, האט זיך נעכטן אנגעשטויסן אין א סעריע שטרויכלונגען. ערשטנס האט מען געהערט פון די קאנגרעסלייט, וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פארגעשלאגענעם שטייער רעפארם ביל, אז זיי האבן זיך עפעס גאר ערנסט פאררעכנט און אצינד דערזעען זיי זיך מיט א לאך פון 74 ביליאן דאלאר, וואס זיי קענען דאס נאר דעקן אויב זיי ציען אביסל צוריק פון די שטייער–שניטן פאר ביזנעסער אדער פון די שטייער שניטן פאר אינדיווידועלן. דערנאך האט מען געהערט פון רעפובליקאנער אינעם סענאט, אז די ווערסיע פונעם שטייער רעפארם ביל וואס דער סענאט גרייט זיך ארויסצוגעבן, איז גאר אנדערש ווי קאנגרעס' ווערסיע און עס וועט דעריבער זיין א גאר שווערער און קאמפליצירטער פראצעדור אז די קאנגרעסלייט און סענאטארן זאלן זיך פארגלייכן. באזונדער האט דער רעפובליקאנער סענאטאר אורין העטש געזאגט נעכטן, אז ער אנערקענט אז די רעפובליקאנער פארלוסטן דינסטאג ביים שטים בודקע, שוואכט אפ דעם רעפובליקאנער מאמענטום דורכצופירן א שטייער ביל.

בילד: ערנסטע פראבלעמען מיט שטייער רעפארם פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל