אויף די פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטעמנט אין אמעריקע האט די רוסישע טעלעוויזיע און נייעס נעץ ״רוסלאנד טודעי״ זיך אפיציעל איינגעשריבן ביי די אינסטאנצן אלס א אגענטור וואס ארבייט פאר א אויסלענדישע רעגירונג, אנשטאט איר פרעסע סטאטוס וואס זי האט געהאט ביז היינט. די פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטעמנט איז געקומען נאכדעם וואס שפיאנאזש באריכטן האבן געצייגט אז די נייעס נעץ פאלגט אויס אנווייזונגען פונעם קרעמלין און זיי האבן געשפילט א ראלע אין די לעצטע קאמפיין פון רוסלאנד צו באיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן. אונטער די געזעץ איז א אויסלענדישע אגענטור אונטער שטרענגערע אויפזיכט און דארף באריכטן אירע קוועלער פון פינאצינעלע איינקונפטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה