וואשינגטאן – עטליכע קאנגרעסלייט און סענאטארן האבן נעכטן פארלאנגט א גרונטליכע פעדעראלע אויספארשונג אויף דער "אובער" טעקסי טעכנאלאגיע פירמע, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען די באמבאסטישע אויפדעקונג איבער א העקעריי וואס די פירמע האט געליטן. ווי מען האט געהערט, האבן העקערס באוויזן אריינצוהעקן אין די קאמפיוטער סיסטעמען פון "אובער" און זיי האבן גערויבט האקעלע פריוואטע אינפארמאציע פון העכער 57 מיליאן קאסטומערס און דרייווערס, וואס האט אריינגענומען נעמען, אדרעסן, קרעדיט קארד אינפארמאציע און דרייווערס לייסענס.

דער סקאנדאל ארום דער העקעריי איז אבער נישט די העקעריי זעלבסט, נאר דער פאקט אז עס האט פאסירט פאראיאר אקטאבער, דאס הייסט איבער א יאר צוריק, און אובער האט עס ביז יעצט באהאלטן. נאכמער איז שאקירנד אז אובער האט געצאלט 100 טויזנט דאלאר פאר די העקערס, אז זיי זאלן פארמעקן די גערויבטע אינפארמאציע און נישט דערציילן קיינעם איבער דער העקעריי.

דארא קאסראשאהי, דער רעלאטיוו-נייער הויפט עקזעקוטיוו פון אובער, האט אדרעסירט דעם סקאנדאל, זאגנדיג אז ער קען נישט פאררעכטן זאכן פון דער פארגאנגענהייט, נאר ארבעטן צו מאכן זאכן בעסער אינעם צוקונפט.

בילד: פארשונגען נאך "אובער" העקעריי סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל