די פראגע וויאזוי דער מערדער דעווין פעטריק קעלי האט געקענט האבן א אויטאמאטישע ביקס איז שווערער געווארן נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט א טונקעלע פארגאנגענהייט, און אז ער איז געווארן ארויסגעווארפן פון מיליטער צוליב זיין אגרעסיווע אויפפירונג און האט אויך געדינט א יאר צייט אין מיליטערישע טורמע צוליב שלאגן זיין געוועזענע ווייב און שטיף קינד. אזוי אויך האט ער אין די לעצטע טעג געשיקט דראאנדיגע טעקס מעסעדשעס צו זיין שוויגער וועלכע וואוינט אין סאטערלאנד ספרינג, און האט אויך אומגעברענגט זיין ווייב׳ס באבע וועלכע איז אנוועזנד געווען אין די קירכע.
אזוי אויך איז ארויסגעקומען מער דעטאלן איבער וויאזוי די שיסערייי - די ארגסטע אין די היסטאריע פון טעקסאס - איז דורכגעפירט געווארן, לויט די אויטאריטעטן האט דער מערדער ארויסגעשאסן ארום 450 קוילן פון א מאכטפולע מאשין גאן און גענצליך צושמעטערט די ווענט און דאך פונעם געביידע. אזוי אויך האבן די אויטאריטעטן געזאגט אז 10 פון די פארוואונדעטע זענען נאך אין א קריטישע צושטאנד. דאס אלעס לאזט איבער אפענע פראגעס פארוואס ער האט געקענט האבן צוטריט צו א וואפן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה