סיריע – דער סירישער פרעזידענט באשאר אסאד האט נעכטן דערקלערט, אז זיין רעגירונג האט באוויזן פולקאם צו באזיגן די אייסיס טעראר גרופע, און אז אייסיס קאנטראלירט מער נישט יעצט קיין איין גאנצע שטאט אדער שטעטל לענגאויס סיריע, נאכדעם וואס דאס סירישע מיליטער האט זיי פארטריבן פון אבו קאמאל. מען האט זיך שוין צוגעוואוינט אין די לעצטערע מאנאטן צו הערן יעדע שטיק צייט נאך א דעקלעראציע, אז אייסיס איז אינגאנצן באזיגט, און עקספערטן געבן צו פארשטיין אז דאס זענען טעכנישע דעקלעראציעס, יעדעס מאל ווען אייסיס האט פארלוירן זייער לעצטע גרויסע שטאט, זאגט מען אז זיי קאנטראלירן מער נישט קיין שום גרויסע שטאט; ווען זיי פארלירן זייער לעצטן קליינעם שטעטל אדער געגנט, זאגט מען אן אנדערע נוסח. די יעצטיגע דעקלעראציע פון דער סירישער רעגירונג, איז ווירקליך אזוי אז אייסיס איז מער נישט אין קאנטראל פון קיין שום גאנצע געגנט, טראץ וואס זיי זענען נאך אנוועזנד דא-דארט אין פארשידענע ערטער אין סיריע.

בילד: אסאד: מיר האבן גענצליך באזיגט אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל