סאודי אראביע – איין טאג נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן פאר דער וועלט, אז דער לבנון פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי האט נישט רעזיגנירט פון אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער מלוכה האט אים געצוואונגען דאס צו טאן, האט הארירי געזאגט נעכטן אז ער גרייט זיך צוריקצוקומען צו זיין היימלאנד לבנון ביז געציילטע טעג. עס איז ארויסגעהויבן געווארן דער אינטערעסאנטער פענאמען אז אין אזא לאנד ווי לבנון, וואו דאס פאלק און די רעגירונג איז צעריסן אין פארשידענע פאליטישע און רעליגיעזע קאנפליקטן, האט זיך דאס גאנצע לאנד ממש פאראייניגט מיט א פארלאנג פון סאודי אראביע צו לאזן הארירי אהיימקומען און מיט א הייסע ביטע צו הארירי אז ער זאל ווייטער דינען אויפ'ן אמט אלס פרעמיער מיניסטער. הארירי האט נעכטן ביים מעלדן אז ער גייט אהיימקומען געזאגט, אז ער קלערט מעגליך טאקע פון צוריקציען פון זיין רעזיגנאציע, אבער נאר אויב כיזבאלא וועט רעספעקטירן די לעבאנעזער רעגירונג פאליסי פון ארויסשטיין פון אלע קאנפליקטן אינעם מיטל מזרח.

בילד: הארירי וועט צוריקקומען קיין לבנון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל