וועט סאודי אראביע "קאטאריזירן" לבנון?
מיטל מזרח – לעבאנעזער באנקירן און פינאנציעלע עקספערטן דרוקן אויס זארג, איבער דער מעגליכקייט אז די סאודי אראביע רעגירונג וועט טאן מיט לבנון די זעלבע זאך וואס זי האט געטאן עטליכע מאנאטן צוריק מיט קאטאר, דורכ'ן צוזאמשטעלן א פאראייניגטע קאאליציע פון אראבישע לענדער, וועלכע האבן געשטעלט אן עקאנאמישע און טראוועל בלאקאדע אויף קאטאר, ווען סאודי אראביע האט געברויזט אז קאטאר קאאפערירט נישט מיט זיי.

קאטאר האט למעשה זיך אן עצה געגעבן מיט דער בלאקאדע, וויבאלד זיי זענען א קליין לענדל מיט בלויז 300 טויזנט בירגער, און זיי האבן גרויסע אוצרות פון געלטער און מאטעריאלן – אבער אויב ס'ווערט ארויפגעשטעלט אויף לבנון אזא סארט בלאקאדע, וועלן די קאנסעקווענצן זיין געפערליך. נאענט צו א האלב מיליאן לעבאנעזער ארבעטן אין אנדערע אראבישע לענדער, און זיי שיקן זייערע געלטער אהיים קיין לבנון, וואס די געלטער באטרעפט 8 ביליאן דאלאר א יאר, אויב וועט זיין א בלאקאדע, וועט עס אפהאלטן די געלטער און אויסהונגערן א ריזיגן טייל פונעם לעבאנעזער פאלק.

בילד: וועט סאודי אראביע "קאטאריזירן" לבנון?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל