וואשינגטאן — נעכטן איז דער אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, געקומען פארנט פונעם קאנגרעסיאנאלן יורידישן קאמיטע, וואו ער איז פארהערט געווארן איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען און באשולדיגונגען אז געוויסע פיגורן אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין האבן קאאפערירט מיט רוסלאנד צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן אין יאר 16'.

עס איז געווען סעשאנס' צווייטער פארהער איבער דעם סקאנדאל, וויבאלד ער איז געווען א קאמפיין ראטגעבער פאר טראמפ, און ער איז באזונדער געפרעגט געווארן נעכטן איבער דעם וואס ער האט געזאגט ביי זיין ערשטן פארהער מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אז ער האט אין לויף פונעם קאמפיין בכלל נישט געהערט פון קיין שום קאמפיין פיגורן וועלכע האבן סיי וועלכע קאמיוניקאציעס מיט רוסלאנד.

אין ליכט פון דעם וואס ס'איז ארויסגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, אז דער טראמפ קאמפיין געהילף דזשארדזש פאפאדאפולוס האט יא קאמיוניקירט מיט רוסלאנד איבער הילף פאר טראמפ, און ספעציפיש איז אויפגעדעקט געווארן אז סעשאנס האט געוואוסט און געהערט פון פאפאדאפולוס איבער זיינע שריט און געשפרעכן מיט רוסישע באאמטע – האט מען געפרעגט סעשאנס צי ס'מיינט אז ער האט ליגנט געזאגט.

אויב ווערט מען געכאפט מיט'ן זאגן א ליגנט אונטער שבועה ביי א קאנגרעס פארהער, קען מען אויסשטיין שווערע "פורדזשערי" קלאגעס, אבער סעשאנס האט נעכטן געזאגט אז טראץ וואס ער האט ביים ערשטן קאנגרעס פארהער געזאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין שום רוסישע קאמיוניקאציעס, האט ער זיך שוין זינט יענעם פארהער דערמאנט עפעס איבער פאפאדאפולוס. סעשאנס האט אבער געזאגט אז ער האט נישט ליגנט געזאגט.

בילד: אטוירני דזשענעראל סעשאנס פארהערט אין קאנגרעס איבער טראמפ-רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל