וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט אז ראבערט מוללער האט געשיקט א פארלאנג צו דער יוסטיץ דעפארטמענט, פאר דאקומענטן אין פארבינדונג מיט דער רוסלאנד אויספארשונג. מוללער׳ס פארלאנג איז ספעציפיש געווען פאר אלע דאקומענטן און אימעילס וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט האט, איבער דעם וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר. דער באריכט זאגט אויך אז מוללער און זיינע געהילפן האבן אנגעהויבן אויספארשן צי טראמפ האט פרובירט צו שטערן די אנגייענדיגע פעדעראלע אויספארשונגען איבער מעגליכע קאאפעראציע צווישן זיין קאמפיין און די רוסישע רעגירונג, וואס פילע באשולדיגן אז דאס וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן קאומי, איז געווען "אבסטראקשען אוו דזשאסטיס", וואס באדייט אז טראמפ האט פרובירט צו שטערן יוסטיץ – א גאר הארבער קרימינאלער אקט. דאס ווייסע הויז האט זיך אנטזאגט צו רעאגירן צו די באריכטן.

בילד: מוללער פארשט קאומי אויפזאגונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל