מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן געצייגט פאר דער וועלט, אז ער האט גרויס איינפלוס אינעם מיטל מזרח, און ספעציפיש איז ער דער דאמינירנדער פיגור ווען עס קומט צו דער אישו פון סיריע, וואו עס פלאקערט שוין א בירגער קריג פאר זעקס און א האלב יאר.

פוטין האט אפגעהאלטן א ספעציעלן סאמיט נעכטן אין דער רוסישער שטאט סאטשי, וואו ער האט אויפגענומען דעם איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני און דעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן, און ביידע זענען ארויסגעקומען דערקלערן אז זיי שטיצן פוטין'ס פלאן פאר א שלום אין סיריע.

די סאמיט איז געקומען נאכדעם וואס פוטין האט זיך געטראפן דינסטאג מיט'ן סירישן דיקטאטור באשאר אסאד אין סאטשי, און פוטין האט דערקלערט אז עס איז צייט צו ברענגען אן ענדע צום סירישן בירגער קריג, דורך פאררופן א זיצונג צווישן אלע זייטן פונעם קאנפליקט, אין סאטשי, ביי א שפעטערדיגן דאטום.

בילד: וולאדימיר פוטין דאמינירט מיטל מזרח איבער סיריע אישו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל