מאנהעטן - ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט נעכטן גענומען די סאמע ערשטע שריט אין זיין פלאן אפצושפארן די קאנטראווערסיאלע רייקערס איילענד טורמע, ווען זיין אדמיניסטראציע האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אז זי זוכט ראטגעבער וועלכע זאלן צוזאמשטעלן פונקטליכע פלענער וויאזוי עס וועט צוגיין דאס אפשפארן די טורמע, און אויך וויפיל ליידיגע פלעצער ס'זענען פארהאן אין אנדערע עקזיסטירנדע ניו יארק סיטי טורמעס, צו קענען דארטן פלאצירן די רייקערס ארעסטאנטן. ספעציפיש וויל דעבלאזיא וויסן צי ס'איז דא א וועג וויאזוי מען וועט קענען אויפפרישן אן אלטע טורמע אין קווינס, וועלכע איז שוין אפגעשפארט און פארלאזט עטליכע יאר. דעבלאזיא האט נעכטן ווידערהאלט אז ער וויל רייקערס זאל זיין אפגעשפארט ביז צען יאר, אבער מ'האט געהערט נעכטן פון סיטי קאונסיל ספיקער, מעליסע וויוועריטא, אז זי האלט אז מ'דארף עס שנעלער אפשפארן.

בילד: דעבלאזיא נעמט ערשטע רייקערס-אפשפארונג שריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל