נעכטן נאכט האט די אויספארשונג קאמיסיע אין קאנגרעס פארעפנטליכט די טראנסקריפטן פון די פארהער וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין קאנגרעס פאר קארטער פעידש, דער אויסערן פאליטיק ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענט דורכאויס דעם קאמפיין. אין די טראנסקריפטן פון די פארהער וואס האט גענומען 7 שטונדן טוט פעידש ווידער קלארשטעלן זיין פאזיציע אז די קאמפיין האט נישט געהאט קיין ספעציעלע פארבינדונג מיט רוסישע באאמטע. די פארהער איז געווען ארום א באזוך וואס ער האט אפגעהאלטן אין מאסקווע דורכאויס דעם קאמפיין, און א באגעגעניש וואס ער האט געהאט מיט׳ן דעפיוטי פרעמיער מיניסטער פון רוסלאנד דורכאויס וועלכע ער האט אויגעדריקט א אינטרעסע פון די רוסישע רעגירונג אין די טראמפ קאמפיין. ער איז אויסגעפרעגט געווארן פילע פראגעס אריינגערעכנט פארוואס די טראמפ קאמפיין האט געארבייט צו טוישן די שפראך פון די רעפובבליקאנער פלאטפארמע פאר די קאנווענשאן צו א מער מילדע קריטיק קעגן רוסלאנד.

בילד: פארהער פון קארטער פעידש פארעפנטליכט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל