וואשינגטאן – דער אמעריקאנער קאנגרעס האט נעכטן געשטימט צו באשטעטיגן דעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם פלאן, דערלאנגענדיג א שטארקן זיג פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט געמאכט שטייער רעפארם אלס א הויפט פריאריטעט פון זיין פרעזידענטשאפט.

דער שטייער רעפארם ביל, וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט, וועט געבן פאר אמעריקאנער בירגער א סך הכל פון איינס און א האלב טריליאן דאלאר אין שטייער שניטן, און דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך 227 קאנגרעסלייט, בעת 205 קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן.

אבער אין רעאליטעט איז די אפשטימונג בלויז סימבאליש, ווייל עס דארף נאך באשטעטיגט ווערן אינעם סענאט, וועלכע האט ארויסגעשטעלט א שטייער רעפארם ווערסיע וואס איז היפש אנדערש פון דער קאנגרעס ווערסיע, און עס וועט זיין א שווערע ארבעט צוזאמצושמעלצן ביידע ווערסיעס, איידער עס וועט געברענגט ווערן פאר'ן פרעזידענט אונטערצושרייבן.

בילד: קאנגרעס באשטעטיגט היסטארישן שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל