וואשינגטאן – פרישע ציפערן פון דער פעדעראלע רעגירונג צייגן, אז דער היי-יעריגער סעזאן פון זיך איינשרייבן צו געניסן פון אבאמאקעיר, גייט עפעס אויסנאמליך גוט, און שטייגט איבער אלע דערווארטונגען. די ציפערן צייגן ווי בלויז אין די ערשטע אכצן טעג פון ווען דער אינשורענס מארקעט איז געעפנט געווארן, האבן זיך שוין 2.3 מיליאן אמעריקאנער איינגעשריבן, וואס דערווייל איז עס פיל מער ווי אלע ביז יעצטיגע יארן. דאס קומט אין א צייט וואס עקספערטן האבן געהאט פאראויסגעזאגט אז אין סך הכל וועלן זיך איינשרייבן צו באקומען אבאמאקעיר היי יאר ארום 1.6 מיליאן מענטשן ווייניגער ווי פאראיאר, אבער אויב די יעצטיגע איינשרייבונגען האלטן אן, וועט אין רעאליטעט זיין פונקט אזויפיל מענטשן איינגעשריבן ווי א יאר צוריק. אנדערע טענה'ן אבער אז פיל מער מענטשן האבן זיך איינגעשריבן אין די ערשטע אכצן טעג, פשוט ווייל די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשניטן צו האלב די צייט ווען מען קען זיך איינשרייבן, און מענטשן ווילן פשוט אריינכאפן בעפאר'ן דעדליין.

בילד: גוטע ציפערן פאר אבאמאקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל