דורכאויס זיין באזוך אין אזיע האט פרעזידענט טראמפ גענצליך געטוישט זיין קריגערישע רעטאריק איבער נארט קארעא, און האט נאכאנאנד אונטערגעשטראכן אז ער זוכט צו טרעפן א וועג זיך צו צונויפרעדן מיט די ארטיגע רעזשים און פארהאנדלן, אנשטאט די ביז יעצטיגע רעטאריק אז די צייט פאר פאראנדלונגען איז שוין אריבער און עס איז בלויז די א מיליטערישע אפציע, ער האט אויך געגעבן א שטיקל אנדייטונג איבער פארהאנדלונגען וואס קומען שוין פאר אונטער די קוליסן זאגנדיג ״עס קומען פאר געוויסע פארשריט, לאמיר ווארטן און זען וואס פאסירט״.

דאס קומט נאכדעם וואס זייין סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן ארבייט איבערמידליך אין די לעצטע מאנאט צו ברענגען די צפון קארעאר צום פארהאנדלונגס טיש, טראץ וואס ער האט נישט געהאט די שטיצע פון זיין אויבערהאר, און ווי עס שיינט קומט טאקע פאר פארשריט, און אין די לעצטע טעג איז פארגעקומען שטארק אנטוויקלונגען לויט אומאפציעלע קוועלער אינעם סטיעט דעפארטמענט.

די סטעיט דעפארמענט האט געשיקט אן אומאפיציעלע מעסעדש צו נארט קארעא אז אויב זיי וועלן זיך איינהאלטן 60 טעג פון דורכפירן סיי וועלכע נוקלעארע פראבעס וועט דאס אמעריקע נעמען אלס סיגנאל אז זי איז גרייט צו פארהאנלדן און וועט זיך זעצן צום טיש. און ווי עס שיינט האבן די נארט קארעאנס אנגענומען דעם אנבאט און זיי האבן שוין נישט דורכגעפירט פראבעס פאר א לאנגע צייט אפשניט לענגער ווי סיי ווען בעפאר אין די לעצטע צוויי יאר. אבער עס איז אויך מעגליך אז דאס איז צוליב פראבלעמען מיט איר טעסטינג סייט.

בילד: פרעזידענט טראמפ טוישט זיין טאן איבער נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל