נישט לאנג צוריק האבן געוויסע גרופעס פארפירט ביי סטעיט באאמטע אין אלבאני צו טוישן די "על. על. סי." קאמפאני געזעצן צו קענען נאכגיין אלע איינצלהייטן פון ריעל עסטעיט טראנזאקציעס, אבער לויט סיגנאלן פון די ניו יארק סטעיט קאפיטאל האלט דער פלאן ווייטער נישט אין ערגעץ.

אין אפסטעיט זענען דא פרישע רופן ביי די קאונטי לעגיסלאטור שטאפלען אז יעצט נאך די וואלן זאל מען זיך נעמען צו די "על. על. סי." געזעצן און אריין ברענגען ראדיקאלע טוישונגען, אבער דערווייל ווארט מען נאך צו זעהן וואס וועט ווערן דערפון אויף א לאקאלע שטאפל.

די אנטי-על. על. סי. עלעמענטן האבן גענוצט די טעמע אויפצוטרייבן שטיצע פאר א רעפערענדום צו פאררופן א זעלטענע "סטעיט קאנסטיטושאן קאנווענשאן." אבער ווי באקאנט איז די רעפערענדום דורכגעפאלן מיט א גרויסע מערהייט. דערווייל זעהט אויס ווי דער קאמפיין צו טוישן די "על. על. סי." ריעל עסטעיט טראנזאקציע געזעצן אין ניו יארק איז דערווייל איינגעשלאפן.

בילד: על-על-סי קאמפיין שלאפט אין אלבאני

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל