לאנדאן – דער בריטישער פינאנץ מיניסטער פיליפ העמאנד האט נעכטן געזאגט, אז די בריטישע רעגירונג וועט פרעזענטירן עטליכע פארשלאגן וויאזוי דורכצופירן דעם ענדגילטיגן ברעקזיט און צעטיילונג פונעם אייראפעאישן פאראיין, ביי א סאמיט פון אייראפעאישע לענדער וואס איז פאררופן אויף דעצעמבער. די אייראפעאישע יוניאן האט געשיקט א מעסעדזש פאר די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי פאריגן פרייטאג, דערמאנענדיג אז מען האט געשטעלט א דעדליין פון דעצעמבער, אויף ווען ענגלאנד מוז האבן געברענגט זייערע פארשלאגן צום טיש, און העמאנד זאגט אז ענגלאנד וועט האבן פארטיג אירע פארשלאגן. איין ספעציפישע זאך וואס מען דערווארט דערין ערנסטע געשלעגן צווישן ענגלאנד און אייראפע, איז וויפיל ענגלאנד מוז באצאלן "צעשיידונג געלטער". מעי האט געהאט פארגעשלאגן 24 ביליאן יוראס (א דריטל וויפיל דער אייראפעאישער יוניאן וויל עכט באקומען), אבער האט געצייגט אז זי איז מסכים צו העכערן די סומע. העמאנד זאגט אבער אז ענגלאנד וועט זיך נישט אזוי שנעל ברעכן.

בילד: ענגלאנד פארשפרעכט ברעקזיט פארשלאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל