פרישע שפעקולאציעס איבער די צושטאנד פונעם אייסיס פירער אבו-באכר אל באגדאדי איז אפירגעקומען נאכדעם חיזבאלע, וועלכע קעמפט אין סיריע, האט אין א אפיציעלע מעלדונג געזאגט אז דער אייסיס פירער איז געזען געווארן אין די לעצטע טעג אין די סירישע שטעטל אלבו-קאמעל, דאס לעצטע פעסטונג פון אייסיס ווי עס קומען נאך פאר שלאכטן, און אייסיס האט נאך פון דארט אן אנטלויף רוט צום מדבר.

סיריע האט נעכטן דערקלערט ענדגילטיגע זיג קעגן אייסיס, אבער היינט אינדערפרי איז באריכטעט געווארן אז די לעצטע רעשטעלך פון אייסיס קעמפער האבן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, און האבן היינט באוויזן צו צוריקכאפן א גרויס טייל פון די אלבו-קאמעל געגענט, די פאקט אז זיי טוען באשיצן זייער פירער קען זיין די סיבה פארוואס זיי שטעלן א שטאנדהאפטיגע ווידערשטאנד.

בילד: אייסיס פירער איז געזען געווארן אויפ׳ן שלאכטפעלד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל