וויליאמסבורג — א היסטארישע שוהל אויף דער פעטשען עוועניו גאס אינעם בעדפארד-סטייוועסענט געגנט אין ברוקלין, איז שווער געשעדיגט געווארן פון א פייער וואס האט נעכטן אויסגעבראכן. דער שוהל איז אריגינעל געווען להבדיל א קירכע געביידע, ביז אין יאר תרפ"ה, ווען די קהילה "בני יעקב יוסף" האט עס אפגעקויפט און געגרינדעט דארטן א שוהל, וואס איז אנגעגאנגען עטליכע צענדליגער יארן. אין תשכ"ח, ווען די גאנצע געגנט איז טראנספארמירט געווארן, און ארטאדאקסישע אידן האבן זיך אוועקגעצויגן פון יענער געגנט, איז דער שוהל פארלאזט געווארן, און עווענטועל איז עס אפגעקויפט געווארן דורך דער "בני עדת כל בית ישראל" קאנגרעגעישאן, א גרופע עטיאפיער פאלאשאן וועלכע האלטן זיך פאר אידן. דאס פייער האט אויסגעבראכן ווען א 71 יעריגער האט אונטערגעצונדן די דאך פונעם שוהל, וואס דער פארשוין איז ארעסטירט געווארן נעכטן נאכמיטאג. מען האט געהערט פון די פייערלעשער אז זיי האבן באוויזן ארויסצוראטעווען ספרי תורה אומגעשעדיגט, אבער ס'איז בכלל נישט זיכער צי די ספרי תורה זענען בכלל לעגיטימע און כשר'ע. די שוהל געביידע האט געליטן שווערע שאדנס.

בילד: היסטארישע ברוקלין שוהל געשעדיגט אין פייער

בילד: הרב ברוך יהודה, די שוהל רב, בעט הילף צוריק אויפצובויען


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל