ארכעאלאגן אין באלאגנע (Bologna), איטאליע, האבן אויפגעדעקט א גרויסע אידישע בית החיים אין די שטאט וועלכע איז געווען די וואוין-ארט פאר הונדערטער יארן פאר איטאליענער אידן נאך מתקופת הראשונים. די בית החיים איז - ווי עס שיינט - רואינירט געווארן, מיט איבער 500 יאר צוריק. די ארכעאלאגן ארבייטן שוין פון 2012 אויפצודעקן די בית החיים פון די בערג פון מיסט און זאמד וואס האט עס צוגעדעקט, און עס צוריק פרעזערווירן אלס אנדענק פון די שפרודלדיגע אידישע קהלה וואס האט אמאל דארט געוואוינט. די בית החיים וועט אצינד זיין אפן פאר באזוכער און מתפללים.

די בית החיים איז חרוב געווארן ארום יאר ה׳ אלפים ר״ס, ווען די אידישע קהלה אין באלאניע איז פארטריבן געווארן צוליב גזירות. די באאמטע זאגן אז עס זענען געפונען געווארן איבער 400 קברים, וואס באדייט אז דאס איז די גרעסטע אידישע בית החיים אין איטאליע פון די תקופה פון די ראשונים. עס איז נישט קיין סאך באקאנט איבער די היסטאריע פון יהדות באלאניע, אבער מען ווייסט אז עס איז געווען דארט א גרויסע אידישע קהלה מיט פילע גאונים בתורה, צווישן זיי דער מפרש התורה רבי עובדיה סְפוֹרְנוֹ און נאך.

בילד: אור אלטע אידישע בית עולם אנדעקט אין איטאליע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל