אין זימבאבוא האלט נאך אן די קריזיס ווען די מיליטער איז ביי די מאכט און האלט דעם פרעזידענט און זיין פאמליע אונטער הויז ארעסט, אבער נעכטן האט די מליטער געלאזט די פרעסע כאפן בילדער אינעווייניג אין זיין פראכטפולע פאלאץ ווי ער איז געזען געווארן אין א גוטמוטיגע צושטאנד אינאיינעם מיט די הויפט גענעראלן וואס פירן אן דעם פוטש, א זאך וואס ברענגט נאך מער אומקלארקייט איבער די פונקטליכע סיטואציע. די מיליטער האט איבערגענומען די מאכט נאכדעם וואס מוגאבי האט אפגעזאגט זיין פאפולערן וויצע פרעזידענט אין א פרואוו צו אריינשטעלן אלס זיין נאכפאלגער זיין ווייב וואס איז מיט צענדליגע יארן יונגער פון אים. מוגאבי איז שוין 37 יאר ביי די מאכט און ער איז ערווארטעט צו אפטרעטן קומענדיגע יאר, און דאס ברענגט א ברענעדיגע קאנפליקט איבער ווער עס זאל איבערנעמען דעם מאכט.

בילד: צומישעניש אין זימבאבוא נאכדעם וואס דער פרעזידענט ערשיינט עפנטליך מיט׳ן הויפט גענעראל 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל