א געריכט אין פינלאנד האט געאורטיילט אז א עקסטרעם רעכטע נעא-נאצישע ארגאניזאציע האט נישט די רעכט צו עקזיסטירן און האט פארארדענט איר אויפלעזונג, די ארגאניזאציע וואס רופט זיך די ״פינישע קעגנערשאפט גרופע״ (Nordic Resistance Movement) פארנעמט זיך מיט פארשפרייטן האס קעגן פרעמדע און אימיגראנטן, און די געריכט האט געזאגט אז עס זענען פארהאן באווייזן אז די גרופע טוט מוטיגן פיזישע געוואלדטאטן, די ארגאניזאציע איז פארשפרייט אין די סקאנדינאווישע לענדער און האט מיטגלידער אויך אין שוועדן און אין נארוועגן.

בילד: פינלאנד שטעלט ארויס נעא-נאצישע ארגאניזאציע אויסערן געזעץ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל