בעיזשינג – פרעזידענט טראמפ און זיינע געהילפן האבן נעכטן ארויסגעהויבן דעם פאקט אז אין לויף פון זיין באזוך אין כינע האבן אמעריקאנער ביזנעסער געשלאסן מאסיווע ביזנעס דיעלס מיט דער כינעזער רעגירונג און כינעזער ביזנעסער, וואס אלעס אינאיינעם זענען די אפמאכן ווערד ארום 250 ביליאן דאלאר.

צווישן די דיעלס, איז א מאסיווער פארקויף פון 300 אמעריקאנער באואינג פליגערס, אין ווערד פון 37 ביליאן דאלאר. באזונדער האבן כינעזער ענערגיע פירמעס געשלאסן א דיעל מיט די אלאסקע סטעיט אויטאריטעטן אין ווערד פון ארום פופציג ביליאן דאלאר, און עטליכע גרויסע דיעלס מיט די אמעריקאנער פירמעס "האניוועל" און "דזשי-אי", צוצושטעלן אוויאציע געצייגן און טעכנאלאגיע.

די היסטארישע ביזנעס דיעלס, וואס נעמט אריין אויך פינאנציעלע אינוועסטמענטס וואס כינעזער בענק וועלן מאכן אין א סעריע קליינע אמעריקאנער ביזנעסער צו העלפן שאפן פרישע דזשאבס פאר אמעריקאנער בירגער, איז ארויסגעהויבן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אלס "ממש א נס", און טראמפ האט געזאגט אז דאס איז דער מאדעל אויף וואס אמעריקע דארף ווען ארבעטן שוין לאנגע יארן.

בילד: טראמפ שליסט ביזנעס דיעלס מיט כינע אין ווערד פון  250 ביליאן דאלאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל