סאוט דעקאטע – טייל פון די קאנטראווערסיאלע "קיסטאון" אויל פייפליין איז נעכטן פארשלאסן געווארן, נאכדעם וואס איבער צוויי הונדערט טויזנט גאלאן אויל האט ארויסגעליעקט אין סאוט דעקאטע. דער פייפליין איז באקאנט אלס דער קאנטראווערסיאלער פראיעקט וואס ענווייראמענטאליסטן האבן פרובירט לאנגע מאנאטן צו בלאקירן און פרעזידענט אבאמא האט עס געהאט בלאקירט, אבער ס'איז באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אלס איינע פון זיינע ערשטע שריט. דער פייפליין לויפט דורך עטליכע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן, און אויך אין עטליכע קאנאדישע שטעט, און אלס רעזולטאט פונעם אויסגוס, איז עס פארשלאסן געווארן אין א גרויסן פראצענט פון די סטעיטס. "טראנס-קאנאדע", די פירמע וועלכע פארפיגט אויפ'ן פייפליין, האט געזאגט אז דער אויסגוס איז בלויז אויף פעלדער, און איז נישט אריינגערונען אין קיין שום טייכן אדער ימ'ען, אבער ס'איז שלעכט מזל פאר דער פירמע, וויבאלד ס'קומט 4 טעג בעפאר נעבראסקע אויטאריטעטן זענען געסקעדזשועלט צו שטימען אויף א 275-מייל פארלענגערונג פונעם פייפליין, און אזא אויסגוס וועט ברענגען דרוק אז נעבראסקע זאל עס נישט באשטעטיגן.

בילד: 200,000 גאלאן אויסגוס פון קיסטאון פייפליין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל