דייטשלאנד – אמווייניגסטנס פופצן לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין אן אינטערנאציאנאלן אליאנץ, מיט'ן ציל אויפצוגעבן גענצליך דעם באנוץ פון קוילן אלס א קוואל פון ענערגיע פאר זייער באפעלקערונג. די נייעס איז געמאלדן געווארן ביי אן אנגייענדיגן "קלימאט טויש" סאמיט וועלכע קומט פאר אין באנן, דייטשלאנד דורך יו-ען באאמטע, און די לענדער האבן געזאגט אז זיי אנערקענען אז נוצן קוילן פאר ענערגיע, שאדט פאר דער ענווייראמענט. דערווייל האבן זיך אנגעשלאסן די לענדער ענגלאנד, קאנאדע, דענמארק, פינלאנד, איטאליע, פראנקרייך, האלאנד, פארטוגאל, בעלגיע, שווייץ, ניו זילאנד, עטיאפיע, מעקסיקא און די מארשאל איילענדס – און דער ציל איז אז זיי וועלן האבן גענצליך אפגעשטעלט קוילן באנוץ אויף יאר 030'. דער אליאנץ צילט צו האבן פופציג לענדער אנגעשלאסן, אבער דערווייל האבן די וועלט'ס גרעסטע קוילן באנוצער, ווי כינע, אמעריקע, דייטשלאנד און רוסלאנד, זיך נאכנישט אנגעשלאסן דערין.

בילד: 15 לענדער ווילן גענצליך אויפגעבן קוילן באנוץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל