דזשארדזשיע – די פארשער ביים צענטער פאר דעזיז קאנטראל האבן פארעפנטליכט א פרישע שטודיע, וואס האט געוויזן אז ערוואקסענע אמעריקאנער באקומען אריין 11 פראצענט פון זייערע טעגליכע קאלאריעס פון "פעסט-פוד" שפייזן. דאס איז ווייניגער ווי 13 פראצענט וואס איז ארויסגעקומען ביים לעצטן מאל ווען די רעגירונג האט דורכגעפירט אזא אויספרעג. די רעגירונג פירט פון צייט צו צייט דורך אזוינע אויספראגעס כדי אויפצוקומען מיט ריכטיגע שאצונגען וויפיל פעסט-פוד אמעריקאנער עסן טעגליך. אינעם לעצטיגן שטודיע האבן די פארשער אויסגעפרעגט 11,000 ערוואקסענע איבער זייערע עסן געוואוינהייטן, און ספעציפיש איבער די מאס פעסט-פוד שפייזן וואס זיי האבן געגעסן אין די לעצטע 24 שעה. עקספערטן האבן אנגעוויזן אז די רעזולטאטן זענען נישט הונדערט פראצענט ריכטיג, און די ציפערן זענען עכט פיל ערגער, ווייל מענטשן שאצן אונטער וויפיל פעסט-פוד זיי עסן, און אפילו ווען יא, ווילן זיי עס נישט מודה זיין פאר די אויספרעגער.

בילד: 11 פראצענט קאלאריעס פון "פעסט-פוד"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל