די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע מוטשעט זיך אין די לעצטע מאנאטן צו אנהאלטן איר פירערשאפט אין די קאנסערוואטיווע פארטיי, נאכדעם וואס זי האט נישט באוויזן צו אנציען א מאיאריטעט פון די זיצן אין פארליאמענט אין די לעצטע וואלן, און אויך אין ליכט פון די שוועריגקייט און אומקלארקייט וואס הערשט ארום ברעקזיט, איר פאזיציע הינקעט היבש אונטער, און זי האט דעריבער געהאפט אז די גאר וויכטיגע רעדע וואס זי וועט געבן פאר א זאל פון טויזנטער דעלעגאנטן פון איבער בריטאניע אינערהאלב די קאווענשאן פון די קאנסערוואטיווע פארטיי וועט אביסל אויפלעבן איר פאפולאריטעט.

אבער זי האט זיך נישט געראכטן ווי שלעכט זאכן קענען גיין. אינמיטן איר רעדע האט א קאמעדיאנט איר דערלאנגט פארנט פון די גאנצע זאל א ״פינק סליפ״ א דאקומענט וואס טוט געווענליך סימבאליזירן דאס אפזאגן אן ארבייטער, און דערמיט אנגעדייטעט אז זי זאל זיך אויפזאגן פון איר פאזיציע, די אקט האט געמאכט פון שאנד און שפאט, און פון דארט האט זי זיך נישט געקענט אריענטירן מער אויף די רעדע נאר אויסגעבראכן מיט לענגערע הוסערייען און געשלונגען וואסער, אויב איז דאס נישט גענוג איז די צירונג פון די פאדיום אונטער איר אנגעהויבן צופאלן און ווערטער פון די טאוול זענען געפאלן אינמיטן איר רעדע.

די פרעסע טוט באצייכענען די רעדע אלס אזאנס וואס וועט אריינגיין אין די היסטאריע אלס איינע פון די מערסט דורכגעפאלענע רעדעס ביי א בריטישע פאליטיקאנט אין היסטאריע, דער קאמעדיאנט וואס האט געשטערט די רעדע זאגט אז ער איז געשיקט געווארן דורך דעם אויסערן מיניסטער באריס דשאנסאן, א פאליטישע אפאנענט פון טעריסא מעי אינערהאלב די פארטיי, אבער עס איז וואשיינליך נישט אמת. אנאליסטן זאגן אז די אינצידענט טוט אייגנטליך העלפן טעריסא מעי וויבאלד די בריטישע מענטשן האבן סימפאטיע פאר איינער וואס ווערט עפנטליך פארשעמט.

בילד: רעדע פון בריטישע פרעמיער מיניסטער פארוואנדלט אין א קאשמאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל