סאן פראנציסקא – די "וויזא" קרעדיט קארד פירמע האט געמאלדן אז זי וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אריינשטעלן אין קראפט א נייע סארט טעכנאלאגיע, וואס צילט צו פארשטארקערן די זיכערהייט מאסנאמען ווען עמיצער גיט אריין אן אפליקאציע פאר א קרעדיט קארד אדער ווען מען קויפט עפעס איין דורכ'ן אינטערנעט מיט א קרעדיט קארטל. "וויזא" זאגט אז פילע מענטשן פאלן קרבנות פון אידענטיפיקאציע גנבים, ווען עמיצער רויבט א צווייטנס אידענטיטעט און עפנט דערמיט נייע קרעדיט קארטלעך, און ענליך זענען דא שווינדלערס וואס דערווישן עמיצנס קרעדיט קארד אינפארמאציע און קויפן איין דערמיט זאכן. די פירמע וועט דעריבער אנהייבן א נייע סארט טעכנאלאגיע פאר די וועלכע נוצן אירע סערוויסעס דורך א סמארטפאון, אז ווען מען גיט אריין אנליין אן אפליקאציע צו עפענען א קרעדיט קארטל, וועט מען דארפן אויך כאפן א בילד פון די דרייווערס לייסענס און דערנאך א בילד פון זיך אליינס, און דער סיסטעם וועט פארגלייכן דעם בילד אויף די לייסענס צום בילד פונעם מענטש, און וועט זען צי אלעס שטימט. ביים איינקויפן אנליין, וועט מען דארפן כאפן א בילד פון זיך און דער סיסטעם וועט שוין וויסן צו אידענטיפיצירן און זען צי דאס איז טאקע דער אייגנטימער פונעם קארטל.

בילד: וויזא וויל פארגעשריטענע בילדער-אידענטיפיקאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל