לאס אנדזשעלעס – לאקאלע פאליציי אין א לאס אנדזשעלעס שטעטל, האבן באוויזן אויפצודעקן א סאפיסטיקירטע באנדע פון אידענטיפיקאציע שווינדלערס, דורכדעם וואס צוויי מיטגלידער פון דער באנדע האבן נישט באצאלט קיין ביל ביי א רעסטוראנט וואו זיי האבן געגעסן. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין פוירל ריווער, לאס אנדזשעלעס, וואו צוויי פארשוינען האבן געגעסן אין א לאקאלער רעסטוראנט ביים נאמען "וואפעל האוז", און זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דארטן, איידער'ן באצאלן די זיבן דאלער וואס זייער עסן האט געקאסט. די רעסטוראנט ארבעטער האבן אלארמירט די פאליציי און געגעבן אינפארמאציע איבער'ן טרעקל אין וועלכע די 2 זענען אנטלאפן. נאך א קורצער צייט האבן די פאליציי געטראפן דעם טרעקל און ארעסטירט די צוויי פארשוינען, און ביי אן אונטערזוכונג אינעם טרעקל, האבן זיי געפונען הויפנס פאלשע פאספארטן און פאליסיפיצירטע אידענטיפיקאציע קארטלעך, וואס האט זיי געפירט אויפצודעקן א גאר סאפיסטיקירטע פעלשונג באנדע. די געשיכטע דינט אלס א לעקציע פאר שווינדלערס און קרימינאלן, אז אויב ווילן זיי קענען אנגיין מיט זייערע שטיק, זאלן זיי בעסער זיך נישט פרובירן ארויסצודרייען פון באצאלן 7 דאלער אין א רעסטוראנט...

בילד: שווינדלערס, באצאלט אייערע בילס...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל