איר הערט טאקע יעדע יאר די זעלבע פראגע, די צרה איז נאר אז עס פארלאנגט א נייער ענטפער יעדן חול המועד. אבער נישט געזארגט, די מאגאזינען און צייטונגען שטעלן שוין היינט צו ליסטעס מליסטעס שונים, יעדער אויף זיין שטייגער, פון פלעצער וואו צו גיין חול המועד האלטן.

אבער וואס טוט מען אויב האט מען שוין פארלוירן דעם חול-המועד-דעסטינאציעס ביילאגע? אדער אויב נעמט זיך רעגענען ווען מ'זיצט שוין אין קאר און מ'דארף שנעל טוישן פלענער? איר קענט אפשר אנהייבן זוכן גוגל מאפעס אדער ארומפרעגן פון חבירים אויף וואטסעפפ, אבער היי יאר איז דא א פיל גרינגערער און בא'טעמ'טערער מהלך: אידמעפס דאט קאם.

אידמעפס איז א בחנם'דיגער סערוויס, מיטן ציל צוצשטעלן מאפעס פארן היימישן ציבור. לכבוד חול המועד סוכות תשע"ח, האט אידמעפס צוזאמגעשטעלט א מאפע מיט פאסיגע חול-המועד-האלטן פלעצער. איר וועט קענען גרינג זוכן און פילטערן צו טרעפן א פלאץ וועלכע איז געאייגנט פאר אייך און אייער משפחה, פון די באקוועמליכקייט פון אייער טעלעפאן.

באזוכט אידמעפס צו טרעפן אייער קומענדיגן חול המועד פארברענג, און האט א שמחת יום טוב!

בילד: אידמעפס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל