וואשינגטאן – אן ערנסטע זארג איז דא ביי אמעריקאנער מלחמה עקספערטן, אז צפון קארעא וועט נוצן פארשידענע ביאלאגישע סארט וואפנס, צו פארשפרייטן טויטליכע קרענק אין אמעריקע און אין דרום קארעא. לויט א באריכט פון הארווארד אוניווערסיטעט'ס "קענעדי שולע" אפטיילונג, פארמאגט צפון קארעא ארום דרייצן סארט ביאלאגישע טיילן פון טויטליכע קרענק, אריינגערעכנט כאלערא און אנדערע ווירוסעס, וואס זיי קענען אריינשטעלן אין קראפט אין בלויז צען טעג.

דער באריכט ווארנט אז זיי קענען דאס גרינג פארשפרייטן דורך מיסילס און קליינע דראונס, און איינס פון די וועגן וואס מען קלערט אז צפון קארעא וועט נוצן צו פארשפרייטן די ווירוסעס, איז דורכ'ן נוצן אגענטן וועלכע וועלן זיך פארשטעלן ווי "דזשעניטארס" [קערערס], וואס וועלן ארומגיין מיט מיסט-קאנעס און פארשפרייטן די ביאלאגישע סם. אמעריקאנער און דרום קארעא זעלנער זענען וואקסינירט קעגן סמאלפאקס און ענטרעקס, אבער די אלגעמיינע באפעלקערונג אין די צוויי לענדער זענען נישט וואקסינירט קעגן די זאכן, און עס קען זיך אויסשפרייטן זייער שנעל און טויטליך, ה"י.

בילד: א פובליק געזונטהייט געפאר פון צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל