אפריקע – אמעריקאנער גענעראלן זענען נאך דערווייל זייער צעמישט איבער וואס פונקטליך עס האט פאסירט ביי דער מיליטערישער אפעראציע אין ניידזשער מיט עטליכע וואכן צוריק, וואס האט געקאסט די לעבנס פון 4 אמעריקאנער זעלנער. מארין גענעראל דזשאוסעף דאנפארד, וועלכער דינט אויף דער הויכער פאזיציע פון "טשעירמאן פון די דזשוינט טשיפס אוו סטעף" פון מיליטער, האט אויפגעטרעטן ביי א פרעסע קאנפערענץ אינעם פענטאגאן, וואו ער האט אראפגעגעבן וואס מען ווייסט שוין דערווייל: די זעלנער זענען געקומען אקטאבער 3 אינדערפרי אויף א רוטינע מיסיע זיך צו טרעפן מיט לאקאלע באאמטע, ווען פלוצלינג זענען זיי אטאקירט געווארן. נאך א שעה פון א הייסן פייער אויסטויש, האבן די זעלנער אלארמירט אז זיי דארפן הילף, און ממש מינוטן דערויף, איז אן אמעריקאנער דראון שוין געווען העכער'ן ארט, צושטעלנדיג סורוועילענס אבער האט נישט אטאקירט די פיינטליכע קעמפער. ערשט א שעה דערויף זענען פראנצויזישע פליגערס אנגעקומען, אבער עס האט געדויערט ביז ביינאכט ווען די קערפער פון 3 אומגעקומענע זעלנער זענען עוואקואירט געווארן. די קערפער פונעם פערטן אומגעקומענעם איז פארלוירן געגאנגען און ערשט אפגעפונען געווארן 48 שעה שפעטער. דאנפארד פירט אויס, אז "עס איז נאך דא זייער אסאך וואס מיר אליינס ווייסן נישט".

Image result for NIGER ATTACK

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל