וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, זאגט אז פרעזידענט טראמפ האט בכלל נאכנישט אויפגעגעבן אויף דיפלאמאטיע מיט צפון קארעא, און אז דער פרעזידענט האט אים אנגעוויזן אנצוהאלטן דיפלאמאטישע שריט צו שליכטן דעם צפון קארעא קריזיס, "ביז די ערשטע באמבע פאלט", מיינענדיג צו זאגן אז אמעריקע איז גרייט פאר א דיפלאמאטישע לעזונג, אבער דאס וועט אפלויפן אויב צפון קארעא אטאקירט אמעריקע.

טילערסאן'ס קאמענטארן קומען אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האבן פריש אויסגעטוישט טשעפערייען און שארפע סטראשונקעס אין די לעצטע טעג. טילערסאן זאגט אז טראמפ'ס אלע טשעפערייען קעגן קים יאנג אן זענען בכלל נישט וויכטיג, און בלויז די מידיא וויל זיך קאנצענטרירן דערויף, ווען אין רעאליטעט ארבעט מען העפטיג צו ברענגען צפון קארעא זיך צו זעצן צום טיש, און אויסצוארבעטן א דיעל איבער זייערע נוקלעארע וואפנס.

בילד: טילערסאן: דיפלאמאטיע מיט צפון קארעא ביז ערשטע באמבע אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל