אין א פארזוך צו נידערן די טענער האט סעקעטערי אף סטעיט טילערסאן געזאגט אז אפילו אויב אמעריקע ציהט זיך ארויס פון די אפמאך מיט איראן וועלן זיי נישט לייגן קיין סאנקציעס וועלכע קענען שטערן די באנייעטע ביזנעס באציאונגען צווישן אייראפע מיט איראן. ער האט קלארגעשטעלט אז דער פרעזידענט זוכט נישט זיך צו אריינמישן אין די אויסערן פאליטיק פון אייראפע און וועט ערלויבן אייראפע זיך צו האלטן צום אפמאך און ווייטער פירן געשעפטן מיט איראן. די סטעיטמענט ווערט געזען ווי א פארזוך צו בארואיגן די אינטערנאצינאלע שטורעם וואס איז אנטשטאנען נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געמאלדן זיין פלאן צו ארויסציען אמעריקע פונעם אפמאך, א זאך וואס האט שטארק אויפגערעגט פריינטליכע לענדער אין אייראפע.

בילד: סעקערטערי טילערסאן: אמעריקע זוכט נישט צו שטערן ביזנעס צווישן איראן און אייראפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל