וואשינגטאן – דער ווייסער הויז שטאב-הויפט, דזשאן קעלי, האט נעכטן אויפגעטרעטן מיט קאמענטארן איבער דעם אנגייענדיגן סקאנדאל ארום פרעזידענט טראמפ'ס טעלעפאן רוף צו א פאמיליע פון איינעם פון די אמעריקאנער זעלנער וואס זענען אומגעקומען אין דער מיליטערישער אפעראציע אין נייגער, אפריקע.

קעלי, וועלכער האט אליינס פארלוירן א זוהן א זעלנער אין איראק און נישט באקומען קיין טרייסט טעלעפאן רוף פונעם געוועזענעם פרעזידענט אבאמא, האט שטארק פארטיידיגט דעם פרעזידענט'ס טעלעפאן רוף, אין וועלכן דער פרעזידענט האט געזאגט אז דער זעלנער האט געוואוסט צו דערווארטן מעגליכע טויט, און קעלי האט אין דער זעלבער צייט אראפגעריסן די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי ווילסאן פאר'ן פאליטיזירן די טראגעדיע.

מען האט נעכטן אויך געהערט אז די מיסטעריע ארום דער מיליטערישער אפעראציע אין נייגער, איז געווארן נאך טיפער, און דער פענטאגאן דרייט זיך ארויס פון געבן קלארע ענטפערס וואס ס'האט דארטן פאסירט. די אפעראציע האט געזאלט זיין א רוטינע פרידליכע באזוך פון די אמעריקאנער זעלנער, מיט לאקאלע פירער, אבער ס'איז געווארן פארוואנדלט אין א טויטליכן איבערפאל. סענאטארן, דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך פארלאנגען קלארע ענטפערס פונעם פענטאגאן.

בילד: ווייסער הויז שטאב-הויפט פארטיידיגט טראמפ איבער  מיליטער סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל