אריזאנע – דער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר, דזשעף פלעיק, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. פלעיק האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע מאנאטן אלס איינער פון די שטערקסטע טראמפ קריטיקירער אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, און זיינע באציאונגען מיט טראמפ זענען געווארן אזוי שלעכט, אז באריכטן האבן געצייגט אז טראמפ האט פארשפראכן אויסצוגעבן נאענט צו צען מיליאן דאלאר פון זיין אייגן געלט, צו פארזיכערן אז פלעיק געווינט נישט ווידערוויילונג פאר זיין סענאט זיץ. פלעיק לויפט פאר ווידערוויילונג פאר נאך א טערמין, ביי די מידטוירם וואלן וואס גייען פארקומען נאוועמבער יאר 18', אבער בעפאר ער קען לויפן אין די אלגעמיינע וואלן, שטייט ער אויס א פריימערי פארמעסט פון א רעפובליקאנער קעגנער, ווען קעגן אים לויפט די געוועזענע אריזאנע סטעיט סענאטארשע, קעלי ווארד. פלעיק'ס פריינט און ראטגעבער האבן נישט באהאלטן דעם פאקט אז זיי פארשטייען אז ווארד האט גאר גוטע שאנסן צו באזיגן פלעיק, און אצינד האט פלעיק זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פונעם סענאט. אין א סטעיטמענט האט ער זיך באקלאגט אויף די העסליכע ווינטן וואס בלאזן אין וואשינגטאן, זאגנדיג אז "ס'איז נישט א פלאן פאר א רעפובליקאנער ווי מיר, אין דער יעצטיגער רעפובליקאנער פארטיי".

זעה ווידיא

בילד: רעפובליקאנער סענאטאר דזשעף פלעיק מעלדט געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פונעם סענאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל