דורך מיללער

קרית יואל, פאלם טרי - ניו יארק

היינט אינדערפרי דאנערשטאג לך תשע"ח וועט פארצייכנט ווערן אין די היסטאריע פון קרית יואל אלס א טאג וואס די הרחבת גבולי הקדושה האט באקומען א שטארקער שטופ פאראויס, מיט די ענדגילטיגער פסק פון די ניו יארק סטעיט אפעלאט אפטיילונג האט אפגעווארפן די פארלאנג פון די ארומיגע טאונס און שכנים אפצושטעלן דעם וואוקס פון קרית יואל דורכ'ן פארמיידן א צופרידנשטעלנדער וואסער סופליי פאר קרית יואל'ס געברויך בהווה און נאכמער בעתיד.

די היסטאריע פון די געריכט גייט צוריק א לאנגע צייט, אלס די לעצטע אין די רייע פון א קייט פון צרות און קלאגעס וואס די ארומגיע שכינות'דיגע טאונס און ארויף ביז צו די קאונטי רעגירונג האבן אויסגעטיילט פאר קרית יואל איבער די וואסער סופליי בכלל און איבער די מאסיווע וואסער פייפליין וואס שטייט היצטערט ביי די לעצטע פאזעס איידערן קענען אריינגיין אין באנוץ נאך באלד צוואנציג יאר פון פלאנירונג און קאנסטראקציע ווערק.

נאכדעם וואס קרית יואל האט שוין באקומען אלע נויטיגע פערמיטן צו בויען און אריינצולייגן די ערשטע זיבן מייל פון פייפס וואס לויפט פון קרית יואל, ביז די שטח וואס באלאנגט פאר קרית יואל אינעם מאונטענוויל געגנט פון קארנוואל, האט אויסגעפעלט אז די ניו יארק סטעיט זאל באשטעטיגן די באנוץ פון צוויי מאכטפולע וואסער קוועלער וועלכע געפונען זיך אונטער יענעם שטח, וואס די קוועלער וועלן דינען אלס צייטווייליגער וואס סופליי פאר קרית יואל ביז די צווייטע העלפט פונעם פייפליין ווערט פארטיג און צוגעטשעפעט צום ניו יארק סיטי וואסער עקוועדאקט אין ניו ווינדזאר, ניו יארק, און עווענוטעל וועלן די קארנוואל קוועלער זיין די 'בעקאפ' סופליי וואס ווערט פארלאנגט אין פאל דער פייפליין דארף צייטווייליג פארשפארט ווערן פאר רוטינע מעינטענענס אד"ג.

די סטעיט אפערירטע 'דעפארטמענט אוו קאנסערוואציע" באקאנט אלס DEC האט אויפגענומען די פארלאנג פון קרית יואל אויף צו אפערירן די קוועלער, און לויט זייערע פארשריפטן האבן זיי דורכגעפירט די נויטיגע שטודיעס, און וואוסענדיג אז די קוועלער ווערן גע'טשעלענדזשד' דורך די שכינים איז די DEC ארויסגעגאנגען פון זייער וועג און האבן דורכגעפירט אן עפענטליכער פארהער צו הערן די טענות פון אלע צדדים איידער זיי פאסן זייער באשלוס, און נאכן קומען צום איבערצייגונג אז די טענות זענען נישט באגרונדעט האבן זיי געשאנקען די רעכטן פאר קרית יואל צו נוצן די קוועלער.

די שכנים האבן זיך אבער נישט אפגעשטעלט, און זיי האבן גענומען די DEC און געריכט, קלאגענדיג אז זיי זענען נישט נאכגעקומען די נויטיגע פארשריפטן ביים אויטאריזירן די באנוץ פון די קוועלער, און ווי יעדע געריכטליכע פראצעדור האט דאס אפגעשטעלט די וואסער פלענער פאר עטליכע חדשים, ביז ווען די ניו יארק סטעיט העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס, און איינגעשטימט מיט די DEC אז די קוועלער קענען געעפנט ווערן און גענוצט ווערן דורך קרית יואל.

עס האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי דעם, די דערמאנטע פארלירער האבן אריינגעברענגט די העכערע ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט אינעם בילד, און זיי האבן אפעלירט דעם פסק - אין די זעלבע צייט האבן זיי פארלאנגט אז די אפעלאט געריכט זאלן קודם צייטווייליג אפשטעלן די ארבייט אויף ביז ווען דער ענדגילטיגער פסק קומט ארויס, דער פארלאנג ווערט גערופען א 'סטעי' - און דאס האבן זיי באוויזן דעמאלס צו באקומען פונעם אפעלאט געריכט, וואס האט ווידער געלייגט די וואסער סופליי אונטער אן אפשטעל, וואס האט געפירט צו גאר א טיעפער וואסער קריזיס אין קרית יואל פארגאנגענען זומער סעזאן, ווען די וואסער באנוץ גייט ארויף נאטורליך אין צוגאב צו די וואוקס בליעה"ר וואס קרית יואל גייט אדורך מיט יעדן פארבייאיגען טאג קע"ה, און די היצטיגע קוועלער קענען נישט באגנוגן די וואסער פארלאנג אין קרית יואל.

די וואסער קריזיס דעם זומער האט געפירט צום ערשט צו הויכע געלט שאדנס אין וואסער 'טראקינג' ווען קרית יואל איז געווען געצווינגען אריינצוברענגען וואסער טראקס פונדרויסן, וואס יעדע טראק קאסט אפ א געוואלד, און דורכאויס דעם זומען האט קרית יואל געדארפט שפענדן א הון תועפות פאר וואסער - אבער מער פונדעם האט די קריזיס ארויפגעלייגט א כמו-מאראטאריום אויף פארשידענע בוי-פראיעקטן אונטער פארשידענע פאזעס, פארלאנגזאמענדיג די דירות סופליי וואס האט ווידער צוגעגעבן צום לעצטן דירות קריזיס און הויכע דירות פרייזן.

עטליכע פראיקעטן האבן זיך אפגעשטעלט איידערן באקומען די לעצטיגע פערמיטן געעפנט צו ווערן, דורכדעם וואס די סטעיט פארלאנגט א צופרידנשטעלנדער וואסער סופליי פאר גרעסערע נייע דירות פראיעקטן, און אנדערע פראיעקטן האבן זיך אפגעשטעלט ביי די פלאנירונגס פאזעס נישט וועלנדיג אינוועסטירן געלטער אן א פארזיכערונג אס דער פראיעקט וועט נישט פארהאנקערט ווערן, און אויף א גרעסערער פארנעם איז די 'אנעקסעישאן פראצעדור' שטיין געבליבן, נאך אלע זיגרייכע געווינסן אין די געריכטן, האט קרית יואל נישט געקענט פארענדיגן די רי-זאונינג פראצעדור אז די נייע באדנס זאלן קענען אנהייבן אנטוויקלט צו ווערן פאר א ברייטע דירות סופליי, ווייל די 'סיקרע פראצעדור' וואס ווערט פארלאנגט אין אזא פאל דארף אריינעמען א גענויער פלאן פאר וואסער אין די נייע שטחים.

היינט דאנערשטאג אינדערפרי - אזויווי יעדע דאנערשטאג ווען עס קומען ארויס די באשלוסן פונעם אפעלאט געריכט פון די פארגאנגענע וואך - האבן פיר הויכגעשעצטע ריכטער אויפן אפעלאט באנק איינגעשטימט מיט די נידריגערע ניו יארק סטעיט געריכט'ס באשלוס, און בחסדי השי"ת ארויסגעווארפן אלע קלאגעס אקעגן די באנוץ פון די וואסער קווועלער, און ווי די ריכטער פירן אויס זייער פסק (פרייע איבערזעצונג): נאכן באשטעטיגן אז די איבערגעבליבענע אנקלעגער (עטליכע קלעגער זענען ארויסגעפאלן פשוט ווייל זיי האבן נישט וואס אריינצורעדן אין די קעיס בכלל לויטן געריכט - אבער אפי' די וואס האבן יא 'סטענדיגס') און זייערע טענות זענען נישט אקעדעמיש (אויסגעהאלטן), אין ליכט פון דעם, האבן מיר דאס באטראכט און מיר זעהן אלעס אלס 'אומבאגרונדעט'!

בילד: אונטערגעשריבן; ריכטער י. פ. מעקערטי, מיט די צושטומינג פון די ריכטער; איגען, לינטש און דיוויין

די פסק האט איבערגענומען די נייעס פונעם טאג אין קרית יואל און אלוועלטליך וואו סאטמארער חסידים וואונען, אלס א בשורה טובה ומרנינה וואס וועט צוהעלפן צו הרחבת גבולי הקדושה, און וועט געבן א שטארקער שטופ פאר די דירות סופליי בס"ד ערמעגליכענדיג פאר קרית יואל ווייטער צו גיין מיט די אנעקסירטע שטחים און אנדערע וויכטיגע פראיעקטן בעזהשי"ת. און אוודאי די באלדיגע הילף וועט זיין אז דאס וועט פירן דראסטיש צו רעדוצירן די דירות קאסטן, ווען די פארשידענע שפעקולאנטן און מייקרי השער וועלכע האבן ביז יעצט אויסגענוצט די מאנגל און פאניק איבער א געצוימטער דירות געבוי צו הייבן און אנהאלטן די הויכע פרייזן, וועלן זיכער באטראפן ווערן מיט א ווידערשפעניגונג פון די פאטענציעלע קונים, וואוסענדיג אז א 'באיערס מארקעט' איז אויפן האריזאנט.

עס בלייבט איבער צו האפן אז דאס זאל זיין די לעצטע קאמף איבער די וואסער, און קרית יואל זאל קענען פאראויס גיין מיט די ריזיגע פלענער פארן צוקונפט, בס"ד בכוחם ובזכותם של רבותה"ק זי"ע בגנזי מרומים





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל