דעם דינסטאג האבן די פאליציי אגענטורן פארעפנטליכט די פארברעכנס סטאטיסטיקס פאר דעם סעפטעמבער און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די פארברעכן ראטע געפאלן צו א רעקארד נידריגע ציפער, דעם סעפטעמבער זענען געווען 15 ווייניגער מארדן, און 30 ווייניגער שיסערייען פון א יאר פריער, א 42% נידערונג. אין אלגעמיין זענען באריכטעט געווארן מיט ארום 4,500 פארברעכנס ווייניגער דאס יאר ווי מיט א יאר פריער, דאס איז א נידערונג פון איבער 5 פראצענט אין בלויז איין יאר. דער מעיאר האט אויסגעלויבט די דערגרייכונגען און פארשפראכן צו ארבייטן ווייטער צו מאכן ניו יארק די זיכערסטע שטאט אין אמעריקע.

בילד: ווילדע פארברעכן איז שטארק געפאלן אין ניו יארק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל