די אלמנה פון דעם גרין בערעט זעלנער דעיוויד דשאנסאן האט געזאגט אז זי איז צושוידערט און שאקירט פון די אומסענסיטיוויטעט פון פרעזידענט טראמפ אין זיין ״טרייסט רוף״ וואס ער האט געמאכט צו איר, זי זאגט אז דער פרעזידענט איז געווען אומסענסיטיווע און סתם געמורלמט ווערטער דורכאויס דעם רוף, און ווי עס שיינט האט ער אפילו נישט געדענקט דעם נאמען פון איר מאן ווען ער האט מיט איר גערעדט.

זי האט אין אן אינטערוויו מיט א טעלעוויזיע נעץ געזאגט אז די טעלעפאן רוף וואס האט געזאלט זיין איר צו טרייסטן האט פאקטיש נאך טיפער געמאכט די וואונדען, און זי האט באשטעטיגט אז ער האט געזאגט אז דער זעלנער האט ״געוויסט אין וואס ער לאזט זיך אריין״ און דערמיט האט זי באשטעטיגט די ווערסיע פונעם קאנגרעספרוי. פרעזידענט טראמפ האט געלייקנט אז ער זאל עס האבן געזאגט און געזאגט אז ער קען ברענגען באווייזן דערצו, אבער דאס ווייסע הויז האט נישט געגעבן די באווייזן און ווי עס שיינט האט דער שטאב הויפט קעלי אויך באשטעטיגט אז דער פרעזידענט האט עס געזאגט.

דער פרעזידענט האט פארשטייט זיך נישט געקענט בלייבן שטיל, און איז באלדיג ארויסגעשיקט א טוויט זאגנדיג אז ער האט יא דערמאנט דעם נאמען פונעם זעלנער און אנגעדייטעט אז די אלמנה האט ליגנט געזאגט. די לעצטיגע איז נאך א רינגל אינעם קייט פון א שלימזל׳דיגע האנדלונג פון די טראמפ אדמינסטראציע פון די ערשטע מינוט פון די אומקום פון די זעלנער, א אינצידנעט וועלכע איז אונטער אויספארשונג.

בילד: אלמנה פון פארשטארבענעם זעלנער: טראמפ האט נישט געדענקט זיין נאמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל