קאליפארניע – די שטאט סאן פראנציסקא פלאגט זיך מיט אן ערנסטע עפידעמיע פון קאר גנבים, ווען נידריגע באנדיטן דרייען זיך אין די גאסן און שיסן אויס פענסטערס פון קארס, פרובירנדיג ארויסצורויבן סיי וועלכן ווערדפולן חפץ זיי קענען נאר טרעפן אין די קארס. איין איינוואוינער האט באשלאסן צו פרובירן אן אייגענעם וועג וויאזוי אפצושטעלן די רויבער פון אויסשיסן די פענסטערס פון זיין קאר, דורך ארויסשטעלן א צעטעלע אויפ'ן פענסטער, וואס האט זיך געלייענט "איך האב נישט קיין שום ווערדפולע זאכן אין דער קאר", האפנדיג אז די גנבים וועלן ארויסצייגן פארשטענדעניש און זיך רעכענען מיט אים. ער האט דערנאך פובליצירט א בילד פונעם צעטל אויף די סאציאלע מידיא נעצן, אנפרעגנדיג וואס מענטשן האלטן, צי עס גייט ארבעטן אדער נישט. ביים צוריקקומען צו זיין קאר נאך דער ארבעט, האט ער באקומען דעם ענטפער קלאר און דייטליך, אין פארמאט פון אן אויסגעשאסענעם פענסטער... עס שטעלט זיך ארויס אז רעדן שיין צו גנבים, העלפט נישט, און נאכמער: די גנבים האבן אויך אפגעטראגן מיט'ן צעטל...

בילד: רעדן שיין צו קאר-גנבים העלפט נישט...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל