אין ליכט פון די לעצטע אויפדעקונגען אז רוסישע גרופעס האבן געקויפט פראפאגאנדע רעקלאמעס דורכאויס דעם פארלאפענעם וואל קאמפיין, אין א פארזוך צו נאכמער צושפליטערן דעם אמעריקאנעם באפעלקערונג, האבן א גרופע סענאטארן פון ביידע פארטייען פארגעשלאגן א נייע געזעץ וואס וועט שטעלן שטרענגערע רעגולאציעס אויף די סאציאלע נעצן און אינטערנעט פירמעס, און זיי וועלן דארפן באריכטן איבער אזעלכע סארט פאליטישע רעקלאמעס איינקויף, אזוי ווי געווענליכע צייטונגען און טעלעוויזיע.

אבער די אינטערנעט פירמעס זענען גרייט צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד און האבן מאביליזירט מאכטפולע לאבי גרופעס אין וואשינגטאן צו לאביאירן קעגן דעם געזעץ, זיי זאגן אז געווענליך זענען די איינקויפן צו קליין און דאס באריכטן וועט זיין א שווערע און קאסטבארע פראצעדור. די פירמע וואס איז געדינגען געווארן צו פארטיידיגן די אינטערנעט פירמע איז א דעמאקראטישע לאבי גרופע, און זיי האבן שוין אין די פארגאנגענהייט סוקסעספול צושטערט ענליכע געזעץ פארשלאגן.

בילד: געזעץ פארשלאג אין סענאט פאר מער קאנטראל אויף סאציאלע מידיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל